Wednesday, June 15, 2005

אן אנהייב

נו, וואס זאל איך שרײַבן? איך האב באשלאסן צו מאכן א בלאג, האב איך אבער נאך נישט אויסגעטראכט א טעמע. איך שטעל זיך פאר, איך וועל שרײַבן וועגן די אינטערעסאנטע זאכן וואס געשען אין מײַן לעבן. הײַנט איז גארנישט געשען, מער ווייניקער. איך האב געזען דעם נײַעם דײַטשן פילם "דער נײַנטער טאג" פון פאלקער שלענדארף. איך האב נישט געוווסט ווי אזוי צו רעאגירן. מער שפעטער

2 Comments:

Blogger Leizer said...

דער נײנטער טאג

היינט אין דעם לאנטש-צימער האב איך געלייענט א רעצענזיע פונעם פילם אין דעם "ניו-ירקער", וואס איז געווען א חידוש. דאס איז בלויז א קליינער פילם, איך האב אים געזען אין דעם "קוואד-סינעמא" אויף 13טער גאס - נישט קיין גרויסער קינא. לויט דעם "פריוויו" האב איך דערווארט, אז דער פריסטער וואלט פארראטן זײנע חברים און אפשר אויך די יידן. דער אמתער סוף איז געווען אין גאנצן אנדערש - איך וועל נישט זאגן ווי אזוי. אויך חידוש איז דאס וואס די דײטשן האבן ד געמאכט א "חורבן"-פילם וואס האט גארנישט צו טאן מיט יידן, נאר בלויז מיט קאטאליקן. איז דאס א געזונטע אנטוויקלונג? מסתמא יא, אבער קען מען פארגעסן, אז היטלער און הימלער זײנען געווען קאטליקן? לאמיר זאגן אז דער פילם גיט א טייל, אבער בלויז א קליינעם טייל, פונעם גאנצן אמת

2:51 PM  
Blogger Shpitz in the City said...

I also made a blog and have no idea what to write. I'm jealous you could see a movie. Maybe someday I will see it too. Is it in German?

6:00 PM  

Post a Comment

<< Home